Education

חסידישע מוסדות געבן נישט קיין עדיוקעשאן, אבער באקומען א שפע פון רעגירונגס געלטער

Published

on

מר. הערשקאוויטש האט געזאגט אז ער האט פארלאזט די חסידישע וועלט און זיך גענומען צו דראגס, און האט עווענטועל איינגענומען א מסוכנ’דיג הויכע מאס פון קאקעין. יעצט, ביי די 25 יאר, בויט ער צוריק אויף זיין לעבן.

אין די לעצטע עטליכע יאר האבן געוויסע חסידישע מוסדות געבעטן די מלמדים צו פארמינערן מיט די הארבע שטראפונגען ביים דיסציפּלינירן קינדער.

פונדעסטוועגן, כמעט אלע פון די צענדליגער עלטערן פון תלמידים וואס לערנען יעצט אין חסידישע חדרים וועלכע דער טיימס האט אינטערוויואירט, האבן געזאגט אז זייערע קינדער האבן געכאפּט פּעטש לכה”פ איין מאל. עטליכע האבן געזאגט אז זיי האבן פּרובירט צו באשיצן זייערע קינדער דורכ׳ן “געבן א טיפּ” פאר זייערע מלמדים, געווענליך ארום 100 דאלאר א יאר.

דורכאויס די לעצטע פינף יאר, ווייזן רעקארדס, האט די ניו יארק סיטי פּאליציי דעפּארטמענט דורכגעפירט אויספארשונגען אויף מער ווי א טוץ פעלער פון אנגעבליכע טשיילד אביוז אין די מוסדות. ס’איז נישט קלאר צי סיי ווער איז אנגעקלאגט געווארן אין די אינצידענטן.

אין אפּריל 2019, האט א 10-יעריג אינגל אין ישיבת חתן סופר אין בארא פּארק, גערופן 911 און געזאגט אז א רבי איז ארויפגעשפּרונגען אויף אים און אים אנגעשלאגן, לויט א פּאליציי רעקארד וואס דער טיימס האט ערהאלטן. קורץ דערנאך, האט דער רעפּארט פארציילט, האט א מנהל אנגערופן די פּאליציי און זיי געזאגט אז מען האט דעם אינגל נישט געשלאגן. די פּאליציי איז סייווי אנגעקומען, און דאס אינגל איז אוועק פון חדר אין אן אמבולאנס. א לאיער פאר’ן מוסד, י. דעוויד שארף, האט געזאגט אז דער מוסד האט קאאפערירט אין דער נאכפאלגנדער אויספארשונג, און די באשולדיגונג איז געווען אומבאגרינדעט.

Advertisement

מר. באמבערגער, דער ישיבה קאאליציע ווארטזאגער, האט געזאגט אז אפילו איין אזא אינצידענט איז שוין צופיל. “אבער אז עס זענען געווען א טוץ אנגעבליכע אינצידענטן צווישן הונדערטער מוסדות במשך א תקופה פון צען יאר, איז דאס א פיל בעסערע סעיפטי רעקארד אין פארגלייך צו רוב שולעס”, האט ער געזאגט.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.

Trending

Exit mobile version